Der Shidduch - Michoel Schnitzler [Munkatch Camp] | דער שידוך - מיכאל שניצלער

Поделиться
HTML-код
  • Опубликовано: 18 сен 2024
  • מחנה מונקאטש פרעזענטירט: “דער שידוך” ניגון אויסגעשפילט און אהערגעשטעלט דורך די טאלאנטפולע קינדער פון כתה’ ו’ תשע”ז.
    אין די טעג בעפאר די ימים נוראים ווען אידן בעטן זיך איבער און האבן חרטה אויף מעשים וואס מען האט געטון. פרעזענטירן מיר אייך די גאר פאסיגע ניגון פונעם הייליגן רש”ש, ווי מען זעט ווי שטארק מען דארף זיך אכטונג געבן מיטן חושד זיין אנדערע, און זיי פארשעמען.
    די ניגון ווערט געזינגען דורך דער בארימטער בעל מנגן ר’ מיכאל שניצלער הי”ו אויף זיין אלבוים “א נקודה’לע” אריינברענגענדיג ליבשאפט און פאזיטיוויטעט צווישן אידישע קינדער. די ווערטער זענען געווארן געשריבן דורך ר’ ליפא שמעלצער, און איז געווארן דער געשפרעך פון טאג ביי מוזיק ליבהאבער.
    די ניגון איז געווארן אויסגעשפילט און אראפגעלייגט מיט א געוואלדיגע געשמאק דורך די קינדער פון מחנה רץ כצבי - כתה ו’ און זייער מדריך ר’ אהרן יהודא ווייזער הי”ו, די קינדער האבן געבויעט און געארבעט, אויפגעגעבן פון די פרייע צייט מיט ווילן. צו קענען אהערשטעלן אט די הערליכע ווידעא, עס איז אריין גאר אסאך שעות פון ארבעט, אפכאפן איינמאל און נאכאמאל, און איז געווארן ערמעגליכט מיט די הילף פון די גאר טויגליכע קעמפ שטאב וועלכע האבן אריינגעלייגט זייער ערנערגיע, הילף, און שעפערישקייט אין יעדן פרט און הינזיכט.
    #MunkatchCamp #MichoelSchnitzler #LipaSchmeltzer

Комментарии •